top of page

12

unnamed (4).jpg

חתונה פלאן.

ווי אזוי קען מען זיך גרייטן צו קענען חתונה מאכן די קינדער בהרחבה? אינעם ארטיקל וועט איר טרעפן עטליכע אפציעס פאר אלע יארגענג.

ליינט און האט הנאה!

חתונה פלאן.

ווי אזוי גרייט מען זיך צו קענען חתונה מאכן די קינדער? יעדער וויל קענען בעז''ה חתונה מאכן אלע קינדער מיט הרחבת הדעת, און כדי דאס צו באווייזן איז וויכטיג צו טראכטן פון פאראויס. אז מען טוהט די ריכטיגע השתדלות דארף מען בסייעתא דשמיא דאס קענען גרינג באווייזן. די שמועס וועט צוטיילט ווערן אין צוויי, די צווייטע חלק וועט זיין איבער לייף אינשורענס, וואס דאס איז, ווי אזוי דאס ארבעט און ווי אזוי מען קען דאס נוצן פאר א חתונה פלאן. מיר וועלן בעז"ה אויך אויסשמועסן וואס צו טוהן אין פאל מען האט זיך נישט צוגעגרייט. צום ערשט לאמיר אנהויבן מיט די אינוועסטירונג מהלך, און זעהן ווי אזוי מען קען דאס נוצן פאר א חתונה פלאן. די געדאנק איז היפש פשוט, מען אינוועסטירט א געוויסע סכום געלט פאר יעדן קינד, געוואנדן אין וויפל דיין ציל איז צו האבן ווען די קינד האט חתונה, וויפל יאר די האסט ביז דעמאלט און וויפל עס איז ערווארטעט אז דאס געלט זאל וואקסן.

 

דער פשוט'סטער מהלך איז צו לייגן אינעם עס-ענד-פי. דער עס-ענד-פי וואקסט אין דורכשניט 10% א יאר, הגם עס ווענד זיך אויף וויפל יאר מען קוקט איז דאס אבער די אנגענומענע ציפער. דאס טייטש אז אויב מיין ציל איז צום ביישפיל 50,000 צו קענען חתונה מאכן, און לאמיר רעדן אז מען מאכט דעם קינד חתונה ביי די 18, דאן דארף איך אריין לייגן ארום 9,000 דאלער ווען דאס קינד ווערט געבוירן כדי דאס זאל וואקסן ביז 50 טויזענט ווען ער ווערט 18. אויב וויל איך ענדערש מאכן חודש'ליכע פעימענטס דאן דארף איך לייגן ארום 90 דאלער יעדן חודש כדי צו גרייכן דעם ציל. עס איז זעלבסט פארשטענדליך נישט פארזיכערט, אבער דער עס-ענד-פי איז שוין זייער אלט און דאס טוהט רעפרעזענטירן די אמעריקאנער אקאנאמיע, ווי באשריבן אין ארטיקל 6 אויפ'ן ציפערן וועבזייטל.

 

שמעתי אז ווען איינער לייגט אויף איין מאל א גרויסן סכום איז ער מער אויסגעשטעלט דאס צו פארקויפן איידער ער גרייכט זיין ציל, ווי איינער וואס לייגט כסדר צו נאך געלט. איך האב נישט קיין דאטא דאס צו פעסטשטעלן, אבער אויב איז דאס ריכטיג דאן לוינט זיך אפשר צו מאכן די חודש'ליכע פעימענטס ווי איידער אויף איין מאל. יעדער האט א צווייטע ציפער וואס ער טראכט איז די סכום וואס ער דארף פאר יעדן קינד, און כדי דאס צו קענען אליין אויסרעכענען האט איר דא א לינק צו א אינוועסטירונג רעכענער. https://www.calculator.net/investment-calculator.html

 

זעלבסט פארשטענדליך אז די קאסטן פון חתונה מאכן וואקסט מיט יעדן פארבייגייענדן יאר, און עס איז וויכטיג צו האבן דעם קלארן סכום וויפל איר ווילט האבן אויף צו קענען חתונה מאכן. די צווייטע וועג פון נוצן אינוועסטירונגען אלץ א חתונה פלאן, קען זיין פשוט צו אינוועסטירן אויפן לאנגן טערמין. דאס דארף אויך ווערן געטוהן זייער אויסגערעכנט און מיט פראפעסיאנאלע הילף, וויבאלד אנדערש איז דאס נישט קיין חתונה פלאן... פאר איינער וואס איז 'שפעט אין די געים' איז דאס לכאורה וואס ער זאל טוהן, ענדערש ווי לייגן אינעם עס-ענד-פי, וויבאלד עס איז נישט דא אזוי פיל צייט צו ווארטן און מען מוז נעמען מער ריזיקע. נאך א געדאנק וואס איך וויל אויפברענגען און איז נאך מער פארזיכערט ווי דער עס-ענד-פי, איז לייף אינשורענס, אבער יענץ וועלן מיר לייגן אינעם קומענדיגן ארטיקל. אנשטאט דעם וויל איך רעדן פון א געוויסע גמ''ח וואס העלפט חתונה מאכן, עס זענען דא אסאך, אבער די ספעציפישע גמ''ח גיבט אסאך געלט און אויף זייער גרינגע און פראקטישע טערמינען.

 

די גמ''ח הייסט שבטי ישראל, זיי האבן נישט געצאלט פאר קיין אדווערטייזמענט, אבער עס איז א גאר שיינער אויפטוה און קען אסאך העלפן, דעריבער וועלן מיר עס דא אויפברענגען. איך קען נישט די דעטאלן ווי אזוי דאס ארבעט פון א טעכנישע שטאנדפונקט, אבער לאמיר רעדן איבער וואס איז אונז נוגע. די גמ''ח בארגט ביז זעכציג טויזענט דאללאר פעיר קינד, צוטיילט אין 6 יוניטס פון צען טויזענט דאללאר יעדעס איינע. מען קען איינשרייבן קינדער ביז די צוועלפטע געבורטסטאג, און פאר יעדע יוניט (יעדע צען טויזענט דאללאר) וואס מען וויל קענען בארגן, דארף מען איינצאלן צוואנציג דאללאר א חודש פאר פינף יאר. דאס טייטש אז צו בארגן דעם מאקסימום סכום פון 60 טויזענט דאללאר וועט מען דארפן צאלן $120 א חודש פאר פינף יאר. צוריק באצאלן דאס געלט וועט זיין אין חודש'ליכע פעימענטס פון $150 יעדע יוניט פאר פינף יאר, דאס מיינט אז אויב בארגט מען דאס גאנצע 60,000 דאן איז דאס $900 א חודש פאר פינף יאר.

 

אויב ווילט איר למעשה נישט נעמען די הלוואה דאן וועט איר צוריק באקומען רוב פון די איינגעצאלטע געלט. דאס איז א גאר גוטע פלאן אפילו פאר איינער וואס האט געלט, וויבאלד טעכניש איז דאס א הלוואה אהן קיין פראצענטן, און מען קען פון דעם חתונה מאכן אהן דארפן צולייגן קיין שום אייגענע געלט אדער אנדערע הלוואות. פאר מער דעטאלן קענט איר קאנטאקטן דעם גמ''ח אויף 718-475-1300 אדער Shivteiyisroelusa@gmail.com.

© 2024 Market Tzifern - All rights reserved

”Please note that we do not take responsibility for any actions taken by subscribers based on the information provided in our emails. While we strive to offer valuable insights and analysis, we are not a financial advisory firm. Our content is intended for entertainment and informational purposes only and should not be construed as financial advice. We do not make recommendations regarding specific investments or trading strategies. Every investment includes risk, and past performance is not indicative of future results. Subscribers are encouraged to conduct their own research, assess their risk tolerance, and consult with a qualified financial advisor before making any investment decisions.”

bottom of page