07
.jpg)
טערמינען חלק ד'.
אין דעם ארטיקל וועלן מיר אנרירן די פאלגענדע: דיווידענדס, מארקעט קאפיטאליזאציע, די חילוק פון א Bull און Bear מארקעט, פעני סטאקס.
ליינט און האט הנאה!
דיווידענדס.
דיווידענדס ווערן אנגעקוקט ווי א באלוין וואס א פירמע גיבט פאר אירע אינוועסטירער. געווענליך ווען איינער אינוועסטירט אויפן סטאק מארקעט, וועט זיין ציל זיין צו קענען פארקויפן די שעירס ווען די ווערד דערפון גייט ארויף, אסאך מאל אבער וועלן אינוועסטירער זוכן צו קויפן שעירס אין א פירמע וועלכע צאלט דיווידענדס. ווען איך וויל אינוועסטירן אין א פריוואטע ביזנעס, וועל איך געווענליך וועלן וואוסן וויפל געלט איך גיי פארדינען יערליך. צום ביישפיל אויב איך אינוועסטיר צוויי הונדערט טויזענט דאללאר אין א פריוואטע פירמע וועלכע איז ווערד א מיליאן דאללאר, דאן קויף איך בעצם אפ 20% פון די פירמע. אויב די ביזנעס מאכט צום ביישפיל דריי הונדערט טויזענט דאללאר א יאר, וועלן איך באקומען צוואנציג פראצענט דערפון. ווען די ביזנעס איז אויפן סטאק מארקעט ווערט דאס אנגערופן דיווידענדס. די פירמע מאכט געלט און צוטיילט די רווחים צווישן די אינוועסטירער. א פירמע מוז נישט צאלן קיין דיווידענדס, אבער אסאך פירמעס וועלן דאס טוהן אנשטאט ווייטער אינוועסטירן זייער געלט פאר צוקונפטיגע ביזנעס.
מארקעט קאפיטאליזאציע.
מארקעט קאפיטאליזאציע איז היפש פשוט, דאס איז די סכום וויפל די פירמע איז ווערד אויפן מארקעט. דאס ווערט געשאצט דורך נעמען די פרייז פון א סטאק אין די פירמע מאל די ציפער פון זייער שעירס אויפן מארקעט. צום ביישפיל א פירמע וועלכע פארמאגט א מיליאן שעירס אויפן מארקעט און די פרייז פאר א שעירס איז פופציג דאללאר, דאן איז 1,000,000x 50 = פופציג מיליאן דאללאר. דאס איז זייער מארקעט קאפיטאליזאציע, זייער ווערד אויפן מארקעט. די מארקעט קאפיטאליזאציע פון א פירמע איז וויכטיג צו קענען וואוסן די ריזיקע פון א אינוועסטירונג. א גרויסע אוועקגעשטעלטע פירמע וועט געווענליך האבן א העכערע מארקעט קאפיטאליזאציע, און דאס זעלבע פארקערט. פירמעס וועלכע זענען ווערד מער ווי צען ביליאן דאללאר ווערן באטראכט גרויסע קאפיטאליזאציע פירמעס. פירמעס צווישן צוויי ביז צען ביליאן דאללאר ווערן באטראכט מיד קאפיטאליזאציע פירמעס. אונטער דריי הונדערט מיליאן איז באטראכט אלץ גאר קליין, צווישן דריי הונדערט מיליאן ביז צוויי ביליאן איז קליינע קאפיטאליזאציע פירמעס.
Bull און Bear.
א Bull מארקעט איז א מארקעט וועלכע גייט ארויף אדער איז געשאצט ארויף צו גיין, דאס מיינט די מארקעט וואקסט. א Bear מארקעט מיינט דאס פארקערטע. די אפטייטש פון Bull איז פשוט אן אקס, און Bear איז א בער. די מקור דערפון איז נישט קלאר, אבער לויט געוויסע קומט דאס וויבאלד א אקס אטאקירט דורך 'ארויף' שטיפן זיינע הערנער, אין די צייט וואס א בער וועט אויפהויבן זיין האנט/פיס און איר 'אראפ' ברענגען ביים אטאקירן. פשוט..
פעני סטאקס.
פעני סטאקס איז אויך היפש פשוט, דאס זענען קליינע פירמעס וועמענס סטאק ווערט פארקויפט פאר זייער ביליג. סטאקס אונטער פינף דאללאר וועט מען שוין געווענליך אנרופן פעני סטאקס. פעני סטאקס זענען פון די הויכע ריזיקע סארט, וויבאלד זיי זענען געווענליך פון קליינע פירמעס וועלכע זענען נאך נישט אוועקגעשטעלט. פעני סטאקס שטייען אויך אויס צו ווערן גרינג מאניפולירט דורך שווינדלער. שווינדלער וועלן קענען אינוועסטירן א גרויסע סכום געלט אין אזא סארט פירמע און אזוי ארויף שטיפן איר סטאק פרייז מיט באדייטענדע ציפערן, ברענגענדיג אינוועסטירער צו מיינען אז די פרייז וואקסט פאר א גוטע סיבה, און מענטשן וועלן דאן אריין שפרינגען און פראבירן צו כאפן פראפיטן אויפן וועג ארויף. דאן וועלן די שווינדלער אנהויבן סטראטעגיש ארויס נעמען זייער אינוועסטירונג בשעת די סטאק גייט ווייטער ארויף. שווינדלער וועלן צומאל אויך עפענען וועבזייטלעך מיט באקאנטע נעמען, א שטייגער ווי Prudential investments אדער Chase Advice מיט ענליכע Domains, און וועלן דארט ארויף שטעלן פארפירערישע אינפארמאציע איבער די סטאק, אזוי ווען אינוועסטירער וועלן נאך זוכן וואס גייט פאר וועלן זיי אנקומען צו זייער וועבזייטל. דאס איז פארשטייט זיך אומלעגאל, אבער א מציאות.