17
.jpg)
רעסעסיע-פרוף אינדוסטריעס.
אין צייט פון א רעסעסיע זענען אויך פארהאן אינדוסטריעס וועלכע באווייזן איר דורך צו גיין מיט רעלאטיוו שוואכערע שאקלונגען. וועלכע אינדוסטריעס גייען אריין אין די קאטעגאריע? און פארוואס?
ליינט און האט הנאה!
רעסעסיע אינדוסטריעס.
אהן קיין לאנגע אריינפיר, לאמיר אנהויבן זעהן וואס מען קען טוהן צו פארמינערן פארלוסטן אין צייט פון א רעסעסיע. כדי עס זאל זיין גרינג צו ליינען, צוזאמנעמען און פארשטיין, וועט זיין פראקטיש דאס אויסצושטעלן צוטיילט אין עקסטערע ארטיקלען, דעריבער האט איר אינעם ערשטן ארטיקל געליינט איבערן יעצטיגן מארקעט, אין די קומענדיגע צוויי ארטיקלען וועט איר זעהן וואס מען קען טוהן אויף למעשה. אין דעם ארטיקל וועלן מיר דורך רעדן וועלכע 'אינדוסטריעס' זענען אנגענומען צו זיין בעסער ווי די איבעריגע מארקעט ווען מען געפינט זיך אינעם דריטן פאזע, און האבן היסטאריש געצייגט בעסערע רעזולטאטן ביי געוועזענע מארקעט קארעקציעס. אינעם לעצטן ארטיקל וועלן מיר רעדן איבער ספעציפישע 'פירמעס' וועלכע קענען זיין גוט, אין די אינדוסטריעס.
קאנסומער סטעיפלס.
דאס זענען וויכטיגע פראדוקטן וואס מענטשן דארפן אויף צום לעבן, און זעלבסט פארשטענדליך אז אפגעזעהן די אקאנאמישע צושטאנד וועלן מענטשן ווייטער דארפן קויפן עסן, טרינקען וכו'. גראסעריס, עסן סופלייער, דיסטריביוטער און דאס גלייכן, פאלן אריין אין די קאטעגאריע. עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז נישט אלע פירמעס אין די אינדוסטריע וועלן ווייטער שיינען אין צייט פון א שווערע אקאנאמיע, וויבאלד מענטשן וועלן זוכן די ביליגערע אפציעס. ביליגערע גראסעריס, ביליגערע דיסטריביוטער און אזוי ווייטער. צום ביישפיל רעסטוראנטן, אפילו זיי פארקויפן עסן וועלן זיי נאכאלץ זיין פון די ערשטע אפעקטירט צו ווערן דורכאויס א רעסעסיע, און דאס זעלבע איז מיט אנדערע טייערע עסנווארג און געטראנקען.
אין 2008 איז די קאנסומער סטעיפל אינדוסטריע געפאלן בלויז ארום 18%, בערך האלב פון דאס וואס דער ברייטערע מארקעט איז געפאלן אין די זעלבע צייט. אין 2020 ביי די קאוויד 19 שאקל, זענען אסאך פון די פירמעס אין פאקט געוואקסן, בעת אנדערע אינדוסטריעס האבן געזעהן שטארקע פארלוסטן. נאכאמאל, געדענקט אז עס וועט זיך ווענדן אין וועלכע סארט ברענד די פירמע איז, ווי טייער זיי זענען און וואס זיי פראדוצירן.
געזונטהייט פירמעס.
די צווייטע אינדוסטריע וועלכע איז אנגענומען צו זיין גוט אין צייט פון א רעסעסיע איז די געזונטהייט אינדוסטריע. דאס נעמט אריין מעדיצין פראדוצירער, פארמאסוטיקל פירמעס, דאקטער אפיסעס און אזוי ווייטער. דאס איז וויבאלד מענטשן שפילן נישט מיט זייער געזונט, אפגעזעהן וויפל געלט עס איז דא. אין 2008 האט די געזונטהייט אינדוסטריע אויך געזעהן אסאך א איידעלערע פאל ווי אנדערע אינדוסטריעס אויפ'ן מארקעט. דאס זעלבע איז געווען אין 2020, מיט'ן אויסנאם פון א קורצע שאקל פאר שפיטעלער, צוליב שפעטיגונגען אין מעדיצינישע פראצעדורן און אנדערע פארנאכלעסיגונגען.
דא אויך איז וויכטיג צו געדענקען אז אלעס ווענד זיך אין דעם ספעציפישן פירמע ווי איר ווילט אינוועסטירן. טייערע דאקטוירים וועלן מעגליך זעהן ווייניגער קליענטן, און פארשטייט זיך אז פירמעס אין זייערע פריע שטאפלען וועלן זיך אויך מיטשען. פירמעס וועלכע זענען נאך אין זייער פארשונג פאזע, בייא-טעק פירמעס, קליינע הויכע-ריזיקע פירמעס און דאס גלייכן, וועלן זיין פון די ערשטע פלעצער פון ווי אינוועסטירער ציען ארויס זייער געלט.
יוטילעטי.
עלעקטריק, וואסער און גאז פירמעס זענען אין א אינדוסטריע וואס ווערט אויך באטראכט אלץ רעסעסיע-פרוף, אבער איך גלייך זיי נישט פערזענליך און אויך איז זייער קאמפליצירט צו טרעפן די ריכטיגע פירמעס, דעריבער וועל איך עס אויסלאזן און גיין צום נעקסטן.
דיסקאונט ריטעילער.
ביליגע געשעפטן וועלן אויך געווענליך זעהן שענערע צייטן ווי די איבעריגע מארקעט, און דאס איז וויבאלד ווען געלט איז עפעס וואס מען האט נישט איבעריג, וועלן מענטשן זוכן וואו מען קען באקומען זאכן פאר ביליג. שטודיעס צייגן אז אין 2008 האט די אינדוסטריע נישט נאר באוויזן צו ראטעווען אירע אינוועסטירער פון פארלוסטן, נאר האט אייגענטליך אין אסאך פעלער געברענגט פראפיטן! געוויסע פירמעס אין די אינדוסטריע האבן געהאט זייערע שענסטע צייטן אין 2008. דאס זעלבע האט פאסירט אין 2020, ביליגע ריטעילער האבן אין גרויסן טייל באוויזן צו וואקסן, אנשטאט פאלן.
אין דעם פאל איז אויך וויכטיג צו באטראכטן יעדע פירמע עקסטער, צום ביישפיל א פירמע וועלכע איז נישט גוט געפירט און האט פראבלעמען מיט זייער סופליי קייט, וועט זעלבס פארשטענדליך נישט זיין קיין גוטע אפציע. ספעציעל יעצט ווען עס איז נישט קלאר ווי אזוי און וועמען די פרישע טאריפס וועלן אפעקטירן, איז זייער וויכטיג צו קוקן אויף יעדע פירמע עקסטער און זיכער מאכן אז די פאטענציאל וועגט איבער די ריזיקע.
טעלע-קאמיוניקאציע.
טעלעפאן, אינטערנעט און ענליכע קאמיוניקאציע סערוויסעס ווערן געזעהן אלס דעפענסיווע אינוועסטירונגען וועלכע ווערן שוואכער אפעקטירט פון א רעסעסיע, אבער די היסטאריע פון די אינדוסטריע איז אביסל געמישט. אין 2008 איז די אינדוסטריע געפאלן באדייטענד ווייניגער ווי אנדערע אינדוסטריעס אויפ'ן מארקעט, און דאס זעלבע אין 2020 ביי קאוויד 19. אין 2020 האבן געוויסע אינטערנעט פירמעס אפילו געזעהן א שטיקל וואוקס, אין רעזולטאט פון די וואקסענדע ציפער פון ארבעטער וועלכע האבן אנגעהויבן ארבעטן אינדערהיים, און שולעס וועלכע האבן געגעבן ווירטואלע קלאסן.
פון די צווייטע זייט זענען געוויסע טעלעפאן קאמיוניקאציע פירמעס עטוואס געפאלן ביי קאוויד, וויבאלד מענטשן האבן געהאט היים-אינטערנעט און זענען מער ווייניגער געבליבן אינדערהיים. דאס זעלבע איז מער ווייניגער געווען די מציאות אין 2001 ווען דער מארקעט איז געפאלן. דא אויך וועט זייער וויכטיג זיין צו באטראכטן יעדע פירמע עקסטער, און מען קען ערווארטן א אנגעשטרענגטע קאנקורירענדע קאמף צווישן די קאמיוניקאציע פירמעס.
אלקאהאל און טאבאקא.
אלקאהאלישע פראדוקטן, און דאס זעלבע מיט טאבאקא זענען שטארק אדיקטיווע פראדוקטן, און היסטאריע האט געוויזן אז מענטשן וועלן דאס האלטן אויף זייער הויכע פריאריטעט ליסטע אפילו ווען עס איז נישטא קיין געלט. אין 2008 זענען די צוויי אינדוסטריעס נישט עכט געפאלן און אפילו געוואקסן אין ספעציפישע פעלער. לויט איין אנאליזירער האט זיך נישט אנגעזעהן קיין שום באדייטענדע פאל אין סעילס פאר די פראדוקטן בשעת די קראך. אין פאקט איז לויט א געוויסע שטודיע ארויף די סעילס פאר אלקאהאלישע פראדוקטן, אין רעזולטאט פון מער אנגעצויגענקייט וואס האט געברענגט מער מענטשן צו טרינקען כדי זיך צו בארואיגן.
אין 2020 זענען סעילס אייגענטליך ארויף, צוליב וואס די סארט געשעפטן האבן געמעגט בלייבן אפן אין די צייט וואס אנדערע זענען פארארדענט געווארן אפצושפארן. אין קורצן זענען די פראדוקטן זייער אדיקטיוו און מענטשן האלטן זיך שווער צוריק דערפון אפילו זיי האבן נישט קיין געלט. ווי ביז יעצט איז דא אויך זייער וויכטיג צו קוקן אויף יעדע פירמע עקסטער, וויבאלד אפילו ווען די אינדוסטריע אינעם גרעסערן בילד שטייט גוט, וועלן מענטשן נאכאלץ זוכן ביליגערע ברענדס און קאנקורענץ וועט מעגליך אראפ ברענגען פרייזן.
איידער מיר ענדיגן איז זייער וויכטיג צו דערמאנען אז גארנישט איז נישט פארזיכערט און יעדע רעסעסיע איז אנדערש. די סיבה פונעם קראך איז אנדערש יעדעס מאל, די אקאנאמישע אומשטענדן און אזוי ווייטער. מען קען נישט פארגלייכן און מען קען נישט פאראויס זאגן באזירט אויף א פריערדיגע קראך, אבער אויבן אויף זענען די אינדוסטריעס בעסער אין א רעסעסיע, אין פארגלייך צו אנדערע פירמעס פון אנדערע אינדוסטריעס.
אין דער צייט וואס די אינדורסטריעס זענען אנגענומען צו זיין בעסער פאר א רעסעסיע וויבאלד דאס זענען פירמעס צו וועמען מען מוז צוקומען אפילו ווען עס איז נישטא קיין געלט, איז אבער דער מציאות נישט ממש אזוי. אין דער צייט וואס די פירמעס וועלן מעגליך ווייטער צייגן א שיינע רעוועניו, וועלן סטאק פרייזן זיך נישט אייביג ווענדן אין יעצטיגע פארדינסטן. אנשטאט וועלן סטאקס אסאך זיין אנגעוויזן אויף ווייטערדיגע פלענער און עקספערט ערווארטונגען אויפ'ן צוקונפט. דאס קען מען זעהן אויף די P/E Ratio פון פירמעס וועלכע קענען זיין אין א גאנץ אנדערע פלאץ ווי זייער יעצטיגע פאזיציע.
עס איז 100% אמת אז ביים אינוועסטירן אין א פירמע ברויך מען קוקן אויף די פאנדומענטאלע פאקטארן, אבער אינעם קורצן טערמין וועלן זאכן לאו דוקא זיין אין איינקלאנג מיט די יעצטיגע מציאות. אינעם קומענדיגן ארטיקל וועט איר טרעפן עטליכע פירמעס וועלכע מיר האבן אויסגעוועלט אין די אינדוסטריעס, אבער דער ציל איז נישט בלויז צו זאגן וואס עס קען זיך לוינען, נאר אויך פארשטיין גיבן פארוואס.
דער פאקט אז מען האט אנגענומען אז די אינדוסטריעס זענען גוטע אינוועסטירונגען פאר א רעסעסיע, דאס איז וואס האט עס געמאכט פאר א מציאות. אבער טראץ דעם וועט עס נישט אייביג זיין דער פאל. דערפאר איז וויכטיג צו קוקן וועלכע פירמעס אין די אינדוסטריעס האבן שוין פאקטיש באוויזן דורך צו שווימען רעסעסיעס אין די פארגאנגענהייט, און אזוי מחליט זיין ווי עס לוינט דאס מערסטע צו אינוועסטירן.