08
.jpg)
Options.
וואס איז Options? די חילוק פון א Call און א Put. וואס זענען די מעלות און חסרונות, איז עס ווערד די ריזיקע? עטליכע אופנים פון טרעידן Options.
ליינט און האט הנאה!
מסכת Options.
אפשענס קענען גענוצט ווערן אלץ א זעלבסטשטענדיגע אינוועסטירונג, אדער קען מען דאס נוצן אינאיינעם מיט אנדערע אינוועסטירונגען צו נידערן די ריזיקע.
וואס איז א Option? א Option איז א קאנטראקט וואס גיבט פארן קויפער די רעכט צו קויפן אדער פארקויפן סטאקס אין א ספעציפישע פירמע פאר א פון פאראויס אפגעמאכטע פרייז (strike price). דער קויפער פונעם קאנטראקט (Option) איז נישט מחויב צו עקסערסייזן דעם Option, דאס טייטש ער מוז נישט קויפן אדער פארקויפן די סטאק אונטער דעם, אבער ער האט די מעגליכקייט אויב ער וויל. א Call option איז די סארט ווי דער אינוועסטירער וועט האבן די רעכט צו קויפן די סטאקס אונטער זיין Option, און א Put option איז ווי דער אינוועסטירער וועט האבן די רעכט צו פארקויפן. Options קומען מיט אן Expiration date, דאס טייטש אז נאך וואס די דאטום קומט אן, איז די Option ווערד-לאז.
אויב איך האלט אז מייקראסאפט וואס איז יעצט ווערד צום ביישפיל 100 דאללאר א סטאק, גייט ארויף גיין העכער 110 ביז א חודש צייט, וועל איך קויפן קאל אפשענס מיט אן אפלויף דאטום אויף א חודש פון יעצט, און א סטרייק פרייז פון 110 אדער ווייניגער. יעדעס אפשען איז א קאנטראקט פאר הונדערט סטאקס, דאס מיינט אז איידער די קאנטראקט לויפט אפ, וועל איך קענען קויפן הונדערט שעירס אין מייקראסאפט פאר די סטרייק פרייז אויף מיין אפשען, אין אונזער ביישפיל $110. אויב איז מייקראסאפט ארויף צו $120, דאן האב איך שוין פארדינט $1000, ווייל איך קויף יעצט הונדערט מייקראסאפט שעירס פאר $110 א שטיקל, און די אמת'ע ווערד דערפון איז יעצט $120.
דאס זעלבע איז אויף פארקערט. אויב איך האלט אז מייקראסאפט גייט אראפ גיין צו $90 אדער ווייניגער, וועל איך קויפן פוט אפשענס מיט א $90 אדער קלענערע סטרייק פרייז, און אויב גייט די פרייז אראפ צו $80, קען איך פארקויפן הונדערט שעירס פאר מיין סטרייק פרייז וואס איז $90. יעצט איך קען אדער נוצן אפשענס פאר אן אייגענארטיגע אינוועסטירונג מהלך, דאס טייטש איך קויף קאל אפשענס ווען איך האלט אז ס'גייט ארויף גיין, און דאן אויב גייט עס טאקע ארויף וועל איך קענען פארקויפן די אפשען פאר טייערער פונעם פרייז וואס איך האב עס געקויפט, וויבאלד עס איז יעצט ווערד מער. עס איז נאך אלעם א קאנטראקט אז מ'קען קויפן הונדערט שעירס פאר ביליגער פונעם יעצטיגן פרייז. און דאס זעלבע אויב איך האלט אז ס'גייט אראפ גיין, וועל איך דאן קויפן פוט אפשענס.
אדער קען מען נוצן אפשענס אלץ טייל פון מיינע געווענליכע אינוועסטירונגען. אין אזא פאל וועט עס גענוצט ווערן אלץ א פארזיכערונג קעגן א פארלוסט. צום ביישפיל אויב איך קויף הונדערט שעירס אין עפל ווייל איך האלט עס גייט ארויף גיין, אבער איך וויל דאך זיין פארזיכערט אז אין פאל וואס איך בין נישט גערעכט און די פרייז פון עפל וועט פאלן, זאל איך נישט קענען דערלייגן צופיל געלט. וועל איך דאן קויפן א פוט אפשען אין עפל, איז אויב איך האב געקויפט פאר $100 א שעיר און צוגעקויפט א פוט אפשען מיט א סטרייק פרייז פון $98, און עפל סטאק איז געפאלן צו $95 אדער $80 אדער אפילו מער, וועל איך נאכאלץ קענען פארקויפן מיינע שעירס פאר $98 א שעיר.
יעדע אפשען איז טעכניש א קאנטראקט צווישן צוויי מענטשן, דער וואס פארקויפט אן אפשען איז פארפליכטעט זיך צו האלטן דערצו, אינדערצייט וואס דער וואס קויפט די אפשען, נישט קיין חילוק צו עס איז א קאל אדער פוט, וועט אייביג האבן די רעכט מחליט צו זיין אויב ער וויל נוצן (exercise) די אפשען. צום ביישפיל אויב איך קויף א קאל, און די פרייז גייט טאקע ארויף, דאן וועלן איך עס וועלן נוצן און קויפן די שעירס אונטער דעם, אויב אבער איז די סטאק פרייז געפאלן, דאן וועלן איך נישט וועלן קויפן די סטאק פאר טייערער ווי עס איז יעצט, אין אזא פאל וועל איך לאזן דעם אפשען אפלויפן און פארטיג. אויב אבער איז דער קויפער מחליט צו עקסערסייזן דעם אפשען, און (צום ביישפיל א קאל אפשען) באשליסט צו קויפן די שעירס פארן סטרייק פרייז, דאן וועט דער פארקויפער פונעם אפשען מוזן פארקויפן פארן קויפער הונדערט שעירס פארן אפגעמאכטן פרייז.
יעצט אויב האב איך געקויפט פוט אפשענס, דאס טייטש די רעכט צו 'פארקויפן' א ספעציפישע סטאק פאר א ספעציפישע פרייז, דאן וועלן איך קענען מחליט זיין צו איך וויל עס טאקע פארקויפן, און דער וואס האט פארקויפט די פוט אפשען, -דער אויף די אנדערע זייט פונעם קאנטראקט-, וועט מוזן קויפן פארן אפגעמאכטן פרייז. איך מוז נישט האבן די שעירס וואס איך גרייט מיך צו פארקויפן ביים קויפן א פוט, איך קען אייביג צוקויפן די שעירס ווען איך בין מחליט צו עקסערסייזן דעם אפשען.