top of page

02

AdobeStock_302996726.jpeg

מארקעט הסברה.

א קורצע אריינפיר צום סטאק מארקעט. וואס איז דאס די סטאק מארקעט? ווי אזוי ארבעט די סטאק מארקעט? קען מען אינוועסטירן אין יעדע פירמע? די חילוק פון פריוואטע פירמעס, און פאבליק פירמעס.

ליינט און האט הנאה!

Publicly traded
דער סטאק מארקעט איז א פלאטפארמע וואו אינוועסטירער קענען קויפן און פארקויפן שעירס (שותפות/סטאקס) פון publicly traded פירמעס. עס העלפט פירמעס שאפן געלט דורך פארקויפן חלקים (שותפות/סטאקס) פון זייער פירמע צו אינוועסטירער, די אינוועסטירער וועלן דאן אויסטוישן די חלקים צווישן זיך.

לאמיר עס אנקוקן ווי א קעיק מיט סלייסעס, קוק אן א סטאק ווי א סלייס פון בעלות אין א פירמע. ווען דו קויפסט א סטאק, קויפסטו בעצם א קליינע שטיקל פון די פירמע. די בעלות גיבט דיר די געלעגנהייט צו מאכן א חלק פון די רווחים, אדער דערלייגן א חלק פון די פארלוסטן. טעכניש גערעדט באקומסטו אויך א רעכט צו שטימען אויף החלטות וואס די פירמע זאל מאכן.

יעצט וויאזוי ארבעטן סטאקס? שטעלט דיך פאר א פארנומענע מארקעט ווי די “סלייסעס” קעיק/בעלות ווערן געקויפט און פארקויפט יעדן טאג, דאס איז די סטאק מארקעט. פרייזן פון סטאקס שאקלען זיך ארויף און אראפ באזירט אויף supply & demand, וויפל די קאמפאני מאכט, די אקאנאמיע און אינוועסטירער סענטימענטן.

ווען א פריוואטע פירמע וויל זיך אויסברייטערן וועט ער אסאך מאל דארפן שאפן מער געלט. אמאל קען ער עס באקומען פון גרויסע אינוועסטירער וועלכע פארשטייען אז דא קען מען מאכן געלט, און אמאל וועט ער מחליט זיין אז ער וויל גיין פאבליק. דאס מיינט אז ער גייט גיין אויפן סטאק מארקעט און ווער עס וויל וועט קענען אינוועסטירן אין זיין פירמע אין א מינוט. ער וועט דארפן נאכקומען געוויסע רעגולאציעס ווי געבן באריכטן פארן פאבליק וויפל געלט ער מאכט און אזוי ווייטער.

וואוסן וועלכע סטאק עס לוינט צו קויפן, וועלכע עס לוינט צו האלטן און וועלכע עס לוינט צו פארקויפן, איז זייער וויכטיג! זייער זייער וויכטיג! ס’איז אבער אויך קאמפליצירט און פארלאנגט א געוואלד מיט Research. עס איז געוואנדן און אסאך פאקטארן. מיט וויפל וואקסט די פירמע יעדעס יאר אין average? וויפל יאר זענען זיי שוין אין עקזיטענץ? וואס זענען די שאצונגען אויפן עתיד? וואס טוען זיי און וועמען צילן זיי? וויפל קען זייער מארקעט וואקסן? וואס זענען זייערע פלענער אויף ווייטער… און נאך.

יעדער פארשטייט אז א פירמע וואס וואקסט מיט 20% אויפן יאר אין average, אבער זיי מאכן טייפרייטערס איז א שלעכטע אינוועסטירונג אויבן אויף. די average קען אריין נעמען 100 יאר פון פראפיטן און 15 פון דערלייגן, אבער די average איז גוט. אויב אבער אין 2024 וואקסן זיי נאכאלץ ווייטער, דארף מען אריין קוקן וואס די גייט פאר. צו האבן מענטשן ליב צו קויפן אלטע טעכנאלאגיע? אויב יא וויפל מענטשן זענען זיי? ווערן זיי ווייניגער אדער מער? וואס מאכט זיי עס וועלן? איז עס ווייל זיי זענען איבער 70 און זיי ווילן זיך נישט צוגעוויינען צו נייע זאכן, אדער האבן אינגע מענטשן ליב די אריגינעלקייט? אלעס ווענדט זיך אין אלעס…

© 2024 Market Tzifern - All rights reserved

”Please note that we do not take responsibility for any actions taken by subscribers based on the information provided in our emails. While we strive to offer valuable insights and analysis, we are not a financial advisory firm. Our content is intended for entertainment and informational purposes only and should not be construed as financial advice. We do not make recommendations regarding specific investments or trading strategies. Every investment includes risk, and past performance is not indicative of future results. Subscribers are encouraged to conduct their own research, assess their risk tolerance, and consult with a qualified financial advisor before making any investment decisions.”

bottom of page