15
.png)
אקאנאמישע רעכענער.
וואס זענען די באקאנטע אקאנאמישע רעכענער? וואס רעכענען זיי און וואס מיינט דאס פאר מיר אלס אינוועסטירער? ליינט וועגן דעם GDP, CPI, CCI און PPI.
ליינט און האט הנאה!
אקאנאמישע רעכענער.
אין דעם ארטיקל גיי מיר דורך גיין עטליכע שליסל אקאנאמישע רעכענער, וועמענס ציפערן האבן א שטארקן אימפאקט אויפ'ן מארקעט. מיר וועלן פראבירן צו פארשטיין וואס זיי זענען, פארוואס דאס איז וויכטיג און ווי אזוי זיי אפעקטירן דעם סטאק מארקעט. פארשטיין וואס דאס איז וועט אייך העלפן בעסער קענען אויסרעכענען די רעאקציע וואס דער סטאק מארקעט קען האבן צו די סארט באריכטן, און זעלבסט וואוסן וואס גייט פאר מיט די אקאנאמיע. צום ערשט לאמיר אנהויבן מיט די Gross domestic product.
דער GDP.
דער GDP איז דער ברייטסטער פארום פון אויסרעכענען אקאנאמישע אקטיוויטעט, רעפרעזענטירענדיג די טאטאלע ווערד פון אלע פראדוקטן און סערוויסעס וועלכע זענען פראדוצירט און אהער געשטעלט געווארן אין א ספעציפישע צייט אפשניט אין א ספעציפישע לאנד. א וואקסענדע GDP וועט טיפיש צייגן א וואקסענדע אקאנאמיע, העכערן אינוועסטירער קאנפידענץ און פאטענציאל ברענגען דעם סטאק מארקעט צו רעאגירן פאזיטיוו. דאס זעלבע איז פארקערט ווען די GDP פאלט, וועט דאס צייגן א שוואכערע אקאנאמיע און אויפברענגען זארג צווישן אינוועסטירער. עס זענען פארהאן עטליכע וועגן פון אויסרעכענען דעם GDP אבער לאמיר נישט יעצט אריין גיין דערין, וואס איז נוגע איז אז דאס רעכנט אויס די סכום פראדוקטן און סערוויסעס צוגעשטעלט אין א ספעציפישע לאנד אין א ספעציפישע צייט.
דער CPI.
דער צווייטער אין ליניע איז דער קאנסומער פרייז אינדעקס (CPI). דער CPI רעכנט אויס דער דורכשניטליכער טויש פון וויפל עס קאסט פאר קאנסומער צו קויפן א זעקל פון פראדוקטן און סערוויסעס. דאס איז א דירעקטע וועג פון רעכענעם אינפלאציע, צייגענדיג וויפל די פרייז איז ארויף. דער ''זעקל'' וועט אריין נעמען א גרופע פראדוקטן און סערוויסעס וועלכע זענען אויסגעשטעלט אויף א וועג צו קענען גיבן די ריכטיגע בליק אויף אינפלאציע. א וואקסענדע CPI וועט צייגן אויף העכערע אינפלאציע און וועט זיין א נעגאטיווער פאקטאר פאר אינוועסטירער, אבער קען אין די זעלבע צייט צייגן אויף א וואקסענדע אקאנאמיע און אנגייענדע קאנסומער שפענדונג, אויב איז די וואוקס נישט צו שטארק. אין אזא פאל קען דאס האבן א פאזיטיווע אפעקט אויפ'ן סטאק מארקעט.
זייטיגער נאטיץ:
מיין פערזענליכע מיינונג און בליק אויף אינפלאציע איז אנדערש פון די אלגעמיינע וועג ווי אזוי מענטשן קוקן דאס אן און איז זייער וויכטיג צו פארשטיין, בעז''ה אינעם קומענדיגן אימעיל וועל מיר דורכשמועסן די 'עכטע' וועג פון רעכענען אינפלאציע.
דער PPI.
דער PPI.
נאכדעם האבן מיר דעם פראדוסער פרייז אינדעקס (PPI). דאס איז א וועג פון רעכענען דעם טויש וויפל עס קאסט א זעקל פראדוקטן און סערוויסעס פאר האלסעילער. דאס וועט קוקן מיט וויפל די פרייז וואס פראדוצירער פארקויפן פראדוקטן האט זיך געטוישט אין א ספעציפישע צייט אפשניט. די PPI איז זייער ענליך צו די CPI, נאר אנשטאט קוקן אויף דעם קאנסומער, קוקט ער אויפ'ן האלסעילער. פונקט ווי ביי די CPI וועט א וואקסענדע PPI צייגן אינפלאציע. אין די זעלבע צייט קען א וואקסענדע PPI צייגן אויף א פאזיטיווע וואקסענדע אקאנאמיע, אויב איז די וואוקס נישט צו ווילד.
דער CCI.
צום לעצט האבן מיר די קאנסומער קאנפידענץ אינדעקס (CCI). דער CCI רעכנט אויס דעם קאנפידענץ שטאפל און ווי באקוועם קאנסומער שפירן איבער דעם אקאנאמיע בכלל און איבער זייער פערזענליכע פינאנציעלע שטאנד בפרט. הויכע קאנסומער קאנפידענץ צייגט אז דער עולם איז גרייט צו שפענדן און אינוועסטירן, א זאך וואס וועט מיינען אז די אקאנאמיע איז גרייט פאר ווייטערדיגע וואוקס, און אטאמאטיש א אנגייענדע וואוקס פאר'ן סטאק מארקעט. דאס זעלבע פארקערט וועט א פאלענדע CCI צייגן אז קאנסומער זוכן צו האלטן געלט ענדערש ווי אויסגעבן, דאס באדייט אז די אקאנאמיע רוקט זיך שטייטער.
אין די צייט וואס די אינדעקסעס און אקאנאמישע באריכטן שטעלן פאר א ברייטע בילד איבער די אקאנאמיע, איז וויכטיג צו וואוסן אז זיי זענען נישט די איינציגסטע זאכן וואס פירן דעם מארקעט, און ביים אינוועסטירן איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט אסאך מער ווי בלויז דאס.