top of page

05

AdobeStock_208934723.jpeg

קריפטא

וואס איז קריפטא? וואס איז עס אנדערש פון סטאקס? איז עס טאקע א מעגליכע גאלד גריב? ווי אזוי רעכנט מען אויס קריפטא פון פאראויס?

ליינט און האט הנאה!

קריפטא.

די קריפטא וואלוטע (crypto currency) אינדוסטריע איז געבוירן געווארן אין 2009 מיט די אויפקום פון ביטקוין. דער גרינדער פון ביטקוין איז אן אנאמינער אינדיווידואל אדער גרופע וועלכע רופט/רופן זיך “סאטאשי נאקאמאטא”. ער איז אויפגעקומען מיט די בלאקטשעין טעכנאלאגיע. ווי ער זאגט האט ער עס געמאכט נאך די 2008 קראך ווען יעדער האט געזעהן אז מ’קען מער נישט געטרויען די בענק, און ער האט מחליט געווען צו מאכן אן אייגענע קארענסי/וואלוטע ווי עס איז נישט פארהאן נישט קיין בעל הבית דערויף, און נישט קיין פארמיטלער (באנק), ווען מענטשן ווילן שיקן געלט איינער צום צווייטן.

 

לאמיר צוריק גיין א טריט צו פארשטיין וואס דא גייט פאר. א ledger איז א בוך אדער אקאונט ווי מ’האלט חשבון אויף וואס קומט אריין און וואס גייט ארויס. פשוט. בלאקטשעין איז א ווירטואלע לעדזשער ווי זאכן ווערן פארשריבן אויף ווירטואלע קעסטלעך (בלאקס) ווער עס קויפט שיקט און פארקויפט. די בלאקס זענען linked איינס צום אנדערן, און דאס פארמירט א.. Blockchain! וויאזוי פונקטליך דאס אפערירט איז א לאנגע קאמפליצירטע הסבר, און איז נישט עכט נוגע פאר אונז, אבער לסבר את האוזן פארוואס דאס הייסט בלאקטשעין איז דאס גענוג...

 

די קריפטא אינדוסטריע איז אסאך מער איינגעשטעלט ווי די סטאק מארקעט. פאר די וואס ווייסן נישט וואס זיי טוען זענען ביידע די זעלבע, עס קען גאר זיין אז אין אזא פאל איז קריפטא ווייניגער איינגעשטעלט, ווייל דארט ווייסט ער כאטש אז ער ווייסט נישט וואס ער טוהט און לייגט ווייניגער געלט.. אבער דער וואס ווייסט יא וואס ער טוהט איז דער סטאק מארקעט היפש predictable, און קריפטא פון די צווייטע זייט קען מען נישט זיין עכט קיין מעסטער דערין. עס איז פשוט באזירט אך ורק אויף supply & demand.

 

ווען איך זאל יעצט אויפהויבן א גענוצטע גלאז, וואס איז האלב צובראכן און אנגעשריבן מיט א בלויע מארקער און פרעגן ווער עס וויל עס קויפן, עס איז נאר דא איינס אזאנס אויפן כדור! עס איז ווערד ווייניגער ווי א ניקל. אויב אבער איז דא איינער וואס איז גרייט צו צאלן דערפאר 100 דאלער, איז עס ווערד 100 דאלער. אויב איז דא א צווייטער וואס זאגט ער איז גרייט פאר 200, איז עס יעצט ווערד 200. אויב האב איך צוויי אזאנע גלעזלעך קען איך פארקויפן פאר יעדן איינס, פאר 100 each און מאכן 200 דאלער. אויב האב איך נאר איינס, קען איך נאר פארקויפן פאר איינעם פון זיי, און אויב דער ערשטער וואס האט פארגעשלאגן 100 וויל עס, וועט ער מוזן געבן 300. דאס איז supply, איין גלעזל אדער צוויי, און demand, וויפל מענטשן ווילן עס.

 

עס איז נישט ממש ‘נאר’ דאס אבער מער ווייניגער. עכ”פ מ’קען עס אזוי אנקוקן. יעצט עס איז נישט אנגעוואנדן אין וואס זיי טוען אדער וויפל זיי מאכן, און וועגן דעם איז אסאך שווערער צו פאראויס שאצן וואס קומט. פון די זאכן וואס מ’קען יא קוקן איז למשל, ווען איראן האט אטאקירט מדנ”י זענען אויל פרייזן שטארק ארויף, טייערע אויל אפעקטירט כמעט יעדע פירמע. אין רעזולטאט האט זיך די גאנצע מארקעט געגעבן א קורצע שאקל. אין אזא פאל ווערן פארזיכערטע אינוועסטירונגען מער אינטערעסאנט, למשל גאלד, און איינגעשטעלטע אינוועסטירונגען ווערן מער שרעקעדיג, למשל קריפטא.. מער מענטשן פארקויפן, ווייניגער קויפן און די פרייז פאלט… די רווחים קענען זיין גרויס, אבער פארגעסט נישט אז די ריזיקע אויך.. אויב אין סטאקס איז וויכטיג צו לייגן נאר איבעריגע געלט, איז אין קריפטא וויכטיג 2X.

לאמיר דערוויל נישט אריין גיין אין ווי אזוי קריפטא ארבעט פון א טעכנישן שטאנד פונקט, וויבאלד דאס איז נישט נוגע פאר אונז אלץ אינוועסטירער, אבער לאמיר יא אויפברענגען די פאטענציאל און ריזיקע אין דעם מארקעט. לאמיר אנהויבן מיט דעם געדאנק אז קריפטא וועט מעגליך ווערן איינערקענט אלץ אן אפיציעלער וואלוטע, א זאך וואס קריפטא שטיצער ווילן שטארק און האלטן אז דאס וועט עווענטועל פאסירן. אויב דאס פאסירט אין פאקט, וואס געשעהט דאן? לכאורה וועט די גאנצע קריפטא מארקעט אין אזא פאל זיך בארואיגן און ענדיגן דעם שפיל פאר אייביג.

 

פארוואס? זייער פשוט, פארוואס איז א דאללאר ווערד א דאללאר? ווייל איך און די זענען מחשיב דעם דאללאר פאר א דאללאר, אבער אויב קען דער דאללאר מארגן זיין ווערד צוויי, נעכטן דריי און קומענדיגע וואך פופציג צענט, דאן איז דאס נישט עפעס וואס מען קען נוצן צו קויפן און פארקויפן זאכן מיט א פאקטישע ווערד. אין פאל מען נוצט אזא וואלוטע וואלט געווען אויס וועלט... איך אינוועסטיר טויזענט דאללאר אין מיין ביזנעס היינט, איך פארקויף אלעס פאר דאפעלט די פרייז פון מיינע קאסטן, אבער איך ענדיג דעם יאר אין א באדייטענדע פארלוסט ווייל דער דאללאר איז ווערד מיט אכציג פראצענט ווייניגער...

 

ממילא אויב זאל ביטקוין ווערן אן איינערקענטע וואלוטע דאן וועט זיך די שפיל מוזן ענדיגן, אויב נישט דאן וועט דאס נישט זיין קיין געהעריגע וואלוטע. מיט דעם לאמיר צוריק גיין א טריט און באטראכטן ביטקוין אזוי ווי ער איז, אן דעם וואס מען זאל ערווארטן א טויש אין זיין אידענטיטעט. ביטקוין איז א זאך וואס עקזיסטירט ווירטואל, און ווערט גענוצט אלץ אן אינוועסטירונג אזוי ווי גאלד. די סיבה פארוואס איך זאג גאלד איז נישט ווייל דאס איז אזוי פארזיכערט ווי גאלד, נאר וויבאלד דאס איז אזא סארט אינוועסטירונג. דאס מסביר צו זיין דארף מען קודם פארשטיין וואס א סטאק איז, און דאן זעהן מיט וואס זי איז אנדערש פון גאלד.

 

איידער מיר רעדן וועגן א סטאק, וויל איך מען זאל פארשטיין די מעגליכע פראבלעם פון א ווירטואלע פראדוקט. קריפטא איז א ווירטואלע מציאות אבער איז נישט קיין פאקטישע זאך אויף אונזער וועלטל. דאס קען ווערן געזעהן אלץ א פראבלעם, אבער ווען מען קוקט אויף גאלד קען מען טראכטן דאס זעלבע, וואס איז גאלד מער ווערד פון אייזן אדער פלאסטיק? עס איז נאר מער ווערד וויבאלד איך און די זענען גרייט צו צאלן מער דערפאר, און ענליך איז מיט קריפטא. אצינד לאמיר פארשטיין פארוואס גאלד ווערט יא באטראכט אלץ מער פארזיכערט. גאלד האט א היסטאריע וועלכע איז אלט ווי די וועלט, און האט איבערגעוויזן אז זי ציעט אינטערעסע ביי יעדן איינעם זינט ששת ימי בראשית.

 

ביטקוין פון די צווייטע זייט איז רעלאטיוו ניי. אויב זאל מען אבער זאגן אז פופצן יאר היסטאריע איז גענוג צו ווייזן אז עס איז דא אינטערעסע, דאן איז נאר ביטקוין אויף וועם מען קען דאס זאגן און נישט די אנדערע קריפטא וואלוטעס. געדענקט אבער אז ביטקוין האט עטליכע מאל אינצווישן דראסטיש געטראסקעט, א זאך וואס האט קיינמאל נישט פאסירט מיט גאלד. נאך איז וויכטיג אויפצוברענגען אז ביטקוין האט מעגליך א מאניפאלירער הגדול אדער עטליכע מאניפאלירער הגדול'ס אונטער איר סוקסעס, און ווען ער/זיי זענען מחליט צו פארקויפן זאל דער אויבערשטער אפהיטן... ביליאנער אינוועסטירער ראבערט קיאסאקי אינוועסטירט שטארק אין ביטקוין, און ער פארגלייכט איר טאקע צו גאלד.

 

יעצט לאמיר צוריק גיין צום פריערדיגן ארטיקל ווי מיר האבן פארגליכן די קריפטא 'סטיל' אינוועסטירונג צו די פון גאלד, און פארשטיין גיבן מיט וואס דאס איז ענליך און מיט וואס זי איז אנדערש פון סטאקס. ווארען באפעט אינוועסטירט נישט אין קריפטא און נישט אין גאלד. ווי ער זאגט גלייכט ער צו אינוועסטירן אין זאכן וואס 'מאכן געלט'. צום ביישפיל ווען איך קויף א פעלד וואו מען פלאנצט פאשידנס, דאן האב איך געקויפט א זאך וואס 'מאכט געלט', זאכן וואקסן, מען פארקויפט עס און איך מאך געלט דערפון. מה שאין כן גאלד אדער קריפטא פראדוצירט גארנישט, עס איז א אינוועסטירונג בלויז אויפן פאקט אז אינטערעסע וואקסט. דאס איז פשוט צו פארשטיין דעם געדאנק פון אזא אינוועסטירונג.

© 2024 Market Tzifern - All rights reserved

”Please note that we do not take responsibility for any actions taken by subscribers based on the information provided in our emails. While we strive to offer valuable insights and analysis, we are not a financial advisory firm. Our content is intended for entertainment and informational purposes only and should not be construed as financial advice. We do not make recommendations regarding specific investments or trading strategies. Every investment includes risk, and past performance is not indicative of future results. Subscribers are encouraged to conduct their own research, assess their risk tolerance, and consult with a qualified financial advisor before making any investment decisions.”

bottom of page